JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 20, 2026

Expert status — video status

סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא האט באשטעטיגט אז ער האט אפגעהאלטן א דירעקטע געשפרעך פון 45 מינוט מיט'ן אוקריינער פרעזידענט וואלאדימיר זעלענסקי, מיט'ן ציל אפצולייקענען די "אומריכטיגע" באריכטן וואס צירקולירן אין די מידיא. רוביא האט צוריקגעוויזן די קלאנגען איבער מעגליכע טוישונגען אין די פאליסי, און ארויסגעברענגט מיט א קלארקייט אז די אמעריקאנער מיליטערישע אפעראציעס און שטיצע בלייבן אינגאנצן אומגעטוישט. "קוקט אהער, איך זעה אסאך זאכן אין די מידיא וואס זענען נישט ריכטיג," האט רוביא געזאגט. "און אזוי ווי איך האב אים געזאגט ביי אונזער שמועס, נומער איינס איז די 'דעפארטמענט אוו וואר' (מלחמה דעפארטמענט), אלעס וואס זיי טוען מיט אוקריינא בלייבט פונקט דאס זעלבע. דאס האט זיך נישט געטוישט." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status