Expert status · Oct 24, 2026
Expert status — video status
א מעכטיגע שריפה האט אינגאנצן אפגעברענט די געוועזענע וואקאציע-הויז פון היטלער ימ"ש אין די אלפען בערג. דאס בנין האט געדינט אלס א פלאץ פאר זיינע מיטינגען צווישן די יארן פון 1938 ביז 1945. די פייער לעשער האבן געארבעט שווער פאר מער ווי 12 שעה ביז זיי האבן באוויזן אינגאנצן אויסצולעשן די פלאמען, און לויט ווי עס קוקט אויס וועט זיין אוממעגליך איבערצובויען די סטרוקטור פון דאס ניי. דאס פלאץ איז אינטערעסאנטערהייט געבליבן כמעט גאנץ דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה, און זינט 1952 האט עס פונקציאנירט אלס א רעסטוראנט. די פאליציי פארשט יעצט די מעגליכקייט אז דאס איז געווען אן אונטערצינדונג בכיוון, און זיי האבן שוין ארעסטירט א מאטארסיקליסט פאר אויספארשונג. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




