JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 10, 2026

Expert status — video status

ברעיקינג: די רעפובליקאנער סענאטארן האבן יעצט נאכמיטאג איינשטימיג צוריקגעוועלט סענאטאר דזשאן טון פון סאוט דעקאוטע אלס זייער פירער. די שטימע איז דורכגעגאנגען אן קיין שום קעגנער פון רעפובליקאנע סענאטארן טראץ וואס קאנסערוואטיווע כוחות האבן פרובירט אפצושטיפן די וואלן נאך די ביטערע דורכפאלן ביי די מיד טורם וואלן פאריגע וואך. די איבעריגע מיטגלידער פון די רעפובליקאנער פירערשאפט – אריינגערעכנט די סענאטארן באראסא, קאטן, קעפיטא, און לענקפארד – זענען אויך צוריקגעוועלט געווארן צו זייערע פאזיציעס. טון וועט איבערנעמען דעם אמט אלס מינאריטעט לידער קומענדיגע יאנואר, נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן באוויזן צו פארזיכערן קאנטראל אינעם סענאט. א גרופע סענאטארן, אנגעפירט דורך ראן דזשאנסאן, האבן פארלאנגט אז מען זאל אפהאלטן אן אפענע און דורכדרינגליכע שמועס בנוגע וואס ס'איז געגאנגען שלעכט בעפאר מען גייט צו די וואלן פאר די פירערשאפט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status