JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 21, 2026

Expert status — video status

די שעלפס אין די סופערמארקעטס איבער גאנץ דרום איטאליע הייבן אן אויסצוליידיגן, בשעת וואס אויפגערעגטע טראק דרייווערס און פארמערס האבן אפגעשטעלט די הויפט טראפיק רוטס צוליב די שרעקליכע הויכע פרייזן פון גאזאלין. די פראטעסטירער האבן בלאקירט וויכטיגע חלקים פון די ראודס, וואס דאס האט אינגאנצן צעשטערט די דעליוועריס פון עסן איבער גאנץ קאמפאניע און די ארומיגע געגנטער. וויכטיגע פראדוקטן ווי פרישע פרוכט, גרינצייג, מילך, און פלייש זענען געשטראנדעט אין די טראקס אדער אין די וועירהאוזעס, בשעת וואס די סופערמארקעטס מוטשען זיך אן צו האבן וואס ארויסצולייגן אויף די שעלפס פאר די קאסטומערס. די פראטעסטן האבן זיך אויסגעשפרייט אין עטליכע דרום געגנטער, אריינגערעכנט פוליא, קאלאבריא, סיציליע, און קאמפאניע. די דרייווערס געבן איבער אז די דיזעל פרייזן וואס האבן זיך געהויבן ביזן הימל מאכן עס ממש אוממעגליך פאר זיי צו קענען ווייטער מאכן א לעבן. אלס רעזולטאט, טרעפן זיך די איינוואונער מיט ליידיגע שעלפס אין אלע גראסעריס. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status