Expert status · Oct 20, 2026
Expert status — video status
א פרוי פון בראזיל איז ארעסטירט געווארן אין באלי נאכן פרובירן צו שמוגלען 8 פונט פון פליסיגע קאקעין. ווידיאו פון די זיכערהייט קאמערעס אינעם לופטפעלד ווייזט ווי די פאליציי זוכן דורך איר סוטקעיס און טרעפן די קאקעין באהאלטן אינעווייניג אין פשוט'ע פערזענליכע זאכן וואס מען נוצט יעדן טאג. די אויטאריטעטן געבן איבער אז די 36-יעריגע פרוי האט געזאגט פאר די אויספארשער אז מען האט איר אנגעבאטן 50,000 דאלאר אראפצוליפערן די דראגס צו א געוויסן מענטש אויפן אינזל. לויט די לאקאלע געזעצן אין אינדאנעזיע, קען זי באקומען א שטראף פון לעבנסלענגליכע טורמע אדער גאר די טויט שטראף אויב מען וועט איר געפינען שולדיג. כאטש די לאנד האט נישט אויסגעפירט קיין טויט שטראף אין די לעצטערע יארן, סטראשען זיי נאך אלץ דראג שמוגלער מיט'ן טויט שטראף דורך א "פייער-סקואד" שיסן דורך זעלנער. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





