JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 12, 2026

Expert status — video status

עס ווערט באריכטעט אז טראמפ באטראכט יעצט די מעגליכקייט זיך אנצוהליסן אין סאודי אראביע'ס קריג קעגן די הוטי רעבעלן, א שריט וואס קען מיט זיך ברענגען גאר שווערע קאמפליקאציעס. דאס קומט נאכדעם וואס סאודי אראביע איז באפאלן געווארן מיט פרישע אטאקעס, אריינגערעכנט א טויטליכע אטאקע אויפן הויפט לופטפעלד אין ריאד וואו אן אמעריקאנער בירגער איז אומגעקומען. טראמפ האט שוין אנגעצייגט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט מעגליך דארפן אינטערווענירן. אבער עס איז דא א גרויסע מניעה אין דעם ענין: טראמפ האט דאך יעצט אן אפמאך פאר א פייער-אפשטעל מיט די הוטיס. אויב מען וועט צוריק אנהייבן מיט מיליטערישע שריט קעגן זיי, קען דאס שטעלן דעם גאנצן אפמאך אין א סכנה, און אמעריקאנער שיפן קענען נאכאמאל ווערן א ציל פאר זייערע אטאקעס. דערצו האבן די הוטיס די כח צו סטראשענען די שיפעריי אינעם רויטן ים, וואס קען יצערן נאך א געפערליכע בלאקאדע, ספעציעל ווען די מצב ביים "סטעיט אוף הארמוז" איז סייווי שוין גאר אנגעצויגן. צוליב דעם קען זיך וואשינגטאן טרעפן פארפלאנטערט אין נאך א פרישע מלחמה. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status