JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 13, 2026

Expert status — video status

א חרדי'שע משפחה וואס האט זיך צוריקגעקערט פון א חתונה האט זיך בנס ארויסגעראטעוועט פון א גרויסע סכנה פרייטאג פארטאגס, ווען זייער קאר האט אנגעהויבן ברענען אויף הייוועי 4 נעבן דעם גנות אינטערטשעינדזש ארום 3:00 אזייגער אינמיטן די נאכט. אלע פאסאזשירן האבן באוויזן ארויסצוגיין בשלום בלויז עטליכע מאמענטן פארדעם וואס די גאנצע קאר איז אינגאנצן פארניכטעט געווארן דורך די פלאמען. כאטש די פייערלעשער האבן שנעל באוויזן אויסצולעשן די פייער, איז די קאר מיט כמעט אלע חפצים דערין פארברענט געווארן צו אש. ווען מ'איז געוואויר געווארן אז עטליכע טייערע רינגלעך זענען געבליבן אינעווייניג, האבן די פייערלעשער אנגעהויבן דורכזוכן די פארברענטע רעשטלעך. בדרך נס האבן זיי געפונען די רינגלעך אינגאנצן גאנץ און אומגעשעדיגט, און זיי עס צוריקגעגעבן פאר די משפחה וועלכע איז געווען איבערגליקליך און דאנקבאר. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status