Expert status · Oct 13, 2026
Expert status — video status
א מאן איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א וויקעל וואס איז געפירט געווארן דורך אייס (ICE) אפיצירן אין העריס קאונטי, טעקסאס, לויט ווי די ארטיגע שעריף אפיס באריכטעט. א ווארטזאגער פאר די אייס אגענטור האט איבערגעגעבן אז די אגענטן האבן דורכגעפירט א ספעציעלע אפעראציע אפצושטעלן און ארעסטירן דעם מאן, וועמען די אגענטור אידענטיפיצירט אלס א קרימינאלער אומלעגאלער עליען פון מעקסיקא. לויט דעם ווארטזאגער איז דער מאן שוין פריער ארעסטירט געווארן פיר מאל פארן דרייוון שיכור און נאך איין מאל פארן באזיצן א וואפן אומלעגאל. ער זאגט אז די אגענטן האבן פרובירט אים צו פארהאלטן, ווען ער האט פלוצלינג געלאפן פארנט פון אן אייס קאר און איז אראפגעקלאפט געווארן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · די רעפובליקאנער פארטיי קען זיך טרעפן פאר א גאר שווערע מערכה

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · די בריטישע פאליציי האט היינט דורכגעפירט ארעסטן צווישן פראטעס
