JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 20, 2026

Expert status — video status

אין די לעצטע פאר וואכן האבן די מיליטערישע כוחות פון די 91'סטע דיוויזיע חרוב געמאכט איבער 540 טעראר אינפראסטרוקטורן פון די חיזבאללה טעראר גרופע אין דרום לבנון. די מיליטערישע אפעראציעס גייען אן מיט א שטארקייט אינערהאלב די זיכערהייט זאנע, כדי צו באזייטיגן די סכנות פאר די איינוואוינער אין צפון ארץ ישראל. די דאזיגע אפעראציעס זענען דורכגעפירט געווארן אין די געגנטער פון אל-כיאם, טיר חרפא, מייס אל-דזשאבל, און מאדזשדאל זון, וואו די סאלדאטן האבן אויפגעדעקט גרויסע וואפן מאגאזינען צוזאמען מיט נאך טעראר צעלן. במשך די אלע אפעראציעס האבן די כוחות געפונען מער ווי 150 שטיקער געווער, וואס נעמט אריין ראקעטן, RPG'ס, אנטי-טאנק מיסילס, ארטילעריע שטיקער, לאנטשערס, אויפרייס מאטעריאלן, גראנאטן, קאלאשניקאוו ביקסן, פיסטוילן, און אסאך אמוניציע. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status