JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 12, 2026

Expert status — video status

פרעזידענט טראמפ האט אנטפלעקט פאר סטיבן עי. סמיט אז סאודי אראביע, קאטאר, קואווייט, און די עמיראטן האבן אים שטארק געבעטן ער זאל זיך צוריקהאלטן פון א מיליטערישע אטאקע קעגן איראן, און האבן ענדערש געוואלט אז מען זאל שוואך מאכן דאס לאנד דורך אן אמעריקאנער בלאקאדע און שווערע עקאנאמישע דרוק. "סאודי אראביע האט מיך געבעטן, ביטע לאז די זאכן אזוי ווי זיי זענען יעצט פאר א שטיק צייט, ווייל זיי פאלן שוין סייווי צאמאל," האט טראמפ געזאגט. ער האט צוגעלייגט: "קאטאר, קואווייט, די עמיראטן, באכריין – אלע פון זיי וואלטן פיל ענדערש געוואלט פשוט אויסווארטן די צייט." מ'האט מיר געבעטן איך זאל דאס טון, און איך טו עס טאקע, כאטש איך בין נישט זיכער אז איך בין מסכים דערצו. אבער מיר האבן זיי שוין מערסטנס נייטראליזירט... זייער נעיווי איז שוין נישטא, זייער עירפארס איז שוין נישטא, און זייערע מיסיל דעפענס סיסטעם זענען אויך שוין נישטא. אלעס איז אויס, און אמת'דיג גערעדט, זענען זייערע פירער צום גרעסטן טייל אויך שוין נישטא. זייער גאנצע פירערשאפט איז אינגאנצן אפגעווישט געווארן." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status