JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 8, 2026

Expert status — video status

מיר געפינען זיך יעצט אין א שווערע עמערדזשענסי תקופה," האט גדי אייזנקאט דערקלערט, נאכדעם וואס ער האט באקומען דעם מאנדאט פונעם פרעזידענט יצחק הערצאג צו פרובירן צוזאמענשטעלן א רעגירונג. ער האט יעצט 28 טעג צייט, ביז דעצעמבער 6, צו זען אויב ער קען באווייזן אויפצושטעלן א קאאליציע. הערצאג האט די מעגליכקייט אים צו געבן איין איינציגע פארלענגערונג פון נאך 14 טעג, וואס דאס וועט אפשטופן דעם דעדליין ביז בערך דעצעמבער 20. אויב עס וועט אים נישט געלינגען, קען הערצאג איבערגעבן די שליחות פאר אן אנדערן חבר הכנסת פאר נאך 28 טעג. אויב יענער פרואוו וועט אויך דורכפאלן, וועלן 61 חברי הכנסת קענען אויסוועלן א צווייטן קאנדידאט דורכאויס א תקופה פון 21 טעג. אויב צום סוף וועט קיינער נישט מצליח זיין צו פארמירן א רעגירונג, וועט מען אין ארץ ישראל זיין געצוואונגען אפצוהאלטן פרישע בחירות. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status