JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 24, 2026

Expert status — video status

די פאראייניגטע שטאטן האט אנגעהויבן עוואקואירן דיפלאמאטישע און מיליטערישע פערסאנאל פון פארשידענע לאקאציעס איבערן מיטל מזרח, נאכדעם וואס אינטעלידזשענס ווארענונגען צייגן אז איראן גרייט זיך דורכצופירן טויטליכע אטאקעס קעגן אמעריקאנער. לויט א באריכט אין די "וואל סטריט דזשורנאל", האבן אמעריקאנער אינטעלידזשענס באאמטע געווארנט סעקרעטערי מארקא רוביא אז די איראנער הכנות צו צילן אמעריקאנער פערסאנאל האלטן שוין ביי א פארגעשריטענעם שטאפל. אזוי אויך האט אמעריקע דערהיינטיגט די רייזע ווארענונגען פאר עטליכע לענדער, אריינגערעכנט ארץ ישראל, סאודי אראביע, קאטאר, און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן. אין די זעלבע צייט ווערט באריכטעט אז אמעריקאנער קריגס-שיפן אין דעם ראיאן גרייטן זיך אויף די מעגליכקייט אז פרעזידענט טראמפ זאל באפעלן פרישע מיליטערישע אטאקעס אין די קומענדיגע וואכן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status