Expert status · Oct 25, 2026
Expert status — video status
היינט זונטאג אינדערפרי האט די פאליציי אנגעהויבן א ברייטע געיעג נאך א פארדעכטיגטער וואס האט געגנבעט א רעוואלווער פון א סעקיוריטי גארד אינדרויסן פון א מוסד אין גבעת שמואל, נעבן בני ברק, און איז דערנאך אנטלאפן אויף אן עלעקטריק סקוטער. אויף די סעקיוריטי קאמעראס זעט מען ווי דער פארדעכטיגטער כאפט א קורצע שמועס מיטן וועכטער, און פלוצלינג כאפט ער צו זיין וואפן און מאכט פליטה. די פאליציי פארדעכטיגן אז דער אינצידענט שטאמט פון א קרימינאלן מאטיוו, און די אויספארשונג איבערן פאל גייט נאך אן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





