Expert status · Oct 21, 2026
Expert status — video status
טראמפ האט בלאקירט א פלאנירטע מדינת ישראל באמבארדירונג קאמפיין קעגן איראן לויט א באריכט אין די "פינאנשל טיים", האט מדינת ישראל געהאט פלאנירט א מאסיווע באמבארדירונג קאמפיין וואס וואלט געדויערט עטליכע טעג קעגן איראן פאר דעם וויקענד פון אקטאבער 10. די אטאקע האט געזאלט צילן נוקלעארע איינריכטונגען, עלעקטרישע סטאנציעס, און די אינפראסטרוקטור פונעם רעזשים. דאס וואלט געווען פיל גרעסער און שטערקער ווי די אטאקעס וואס זענען פארגעקומען אין פעברואר. עס ווערט באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האט בלאקירט דעם פלאן, היות ער האט זיך אקעגן געשטעלט אנצופאנגען א פרישע מלחמה פאר די וואלן דעם 3'טן נאוועמבער. דאס ווייסע הויז האט שוין זינט דאן באשטעטיגט אז קיין שום אמעריקאנער אטאקע אויף איראן וועט נישט פארקומען פאר די וואלן. נתניהו פראבירט ווייטער צו שטופן פאר אטאקעס נאך פאר די מדינת ישראל וואלן אום אקטאבער 27, און אלע וואקאציעס פאר די מיליטער זענען אפגערופן געווארן ביז נאך די וואלן. עס בלייבט א רעאליסטישע מעגליכקייט פאר פרישע אטאקעס אין די קומענדיגע וואכן, כאטש עס איז דערווייל נישט קלאר צי אמעריקע וועט זיין א חלק. Expert status: https:/
More from Expert status
- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · די רעפובליקאנער פארטיי קען זיך טרעפן פאר א גאר שווערע מערכה

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · די בריטישע פאליציי האט היינט דורכגעפירט ארעסטן צווישן פראטעס
