JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 12, 2026

Expert status — video status

די רעגירונגס טרופן אין תימן, וואס ווערן געשטיצט דורך סאודי אראביע, האבן דאקומענטירט זייערע העפטיגע שלאכטן מיט די הוטי רעבעלן ביי די מערב זייט פון די שטאט טאאיז. שווערע קאמפן גייען נאך אלץ אן ארום די שטאט, ווען ביידע צדדים שלאגן זיך איבער ווער עס וועט קאנטראלירן די ארומיגע בערג און די וועגן וואס פירן אריין אין שטאט. די רעגירונגס קרעפטן געבן איבער אז זיי האבן מצליח געווען צוריקצושלאגן די אטאקעס און האבן צוריקגעכאפט שטחים, אבער די הוטיס טענה'ן גאר אז זיי האבן זיך גערוקט פאראויס און האבן נאך מער ענג געמאכט די באלאגערונג ארום טאאיז. די פראנט ליניעס טוישן זיך כסדר, און יעדער זייט געבט איבער אן אייגענע ווערסיע פון די געשעענישן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status