JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 22, 2026

Expert status — video status

זעקס פאסאזשירן ניצול בדרך נס נאך א שרעקעדיגע פליגער קראך אויף א פארנומענע הייוועי א קליינע פליגער פונעם מאדעל "פייפער PA-46 מאליבו" האט פארלוירן קראפט דעם פארגאנגענעם נאוועמבער 18 אינמיטן זיך הייבן פונעם לופטפעלד נעבן מאנטערעי, מעקסיקא. דער פליגער האט זיך ארויסגעריסן דורך די צוים פונעם אעראפארט און געקראכט ביים עק פון א פארנומענע הייוועי אין אפאדאקא, וואו עס האט גלייך אויסגעבראכן אין פלאמען. דער פליגער, וואס ווערט אפערירט דורך די "קאסאגא" פירמע, האט געטראגן צוויי מאנשאפט מיטגלידער און פיר פאסאזשירן. אלע זעקס מענטשן זענען ברוך השם ניצול געווארן מיט בלויז לייכטע וואונדן, און לויט די באריכטן האט קיינער נישט געדארפט האספיטאליזירט ווערן. פייערלעשער זענען שנעל אנגעקומען אויפן ארט צו פארלעשן די פייער, בשעת די אינצידענט האט פאראורזאכט גרויסע טראפיק שטערונגען. די אויטאריטעטן פארשן יעצט אויס די גענויע סיבה פונעם קראך. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status