Expert status · Oct 26, 2026
Expert status — video status
פעדעראלע פראקורארן האבן אנגעקלאגט דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי מיט צוויי קלאגעס אין צוזאמענהאנג מיט'ן איבערגעבן נאציאנאלע פארטיידיגונג אינפארמאציע. דאס איז שוין די דריטע פעדעראלע קעיס וואס ווערט געברענגט קעגן אים אינמיטן זיין לאנגיעריגן סכסוך מיט די טראמפ אדמיניסטראציע. לויט געריכט דאקומענטן וואס זענען פארעפנטליכט געווארן מאנטאג, ווערט קאומי אנגעקלאגט צוליב א ליעק פון א סענסיטיווע נאציאנאלע זיכערהייט דאקומענט וואס האט פאסירט אין אקטאבער 2016, בשעת ער האט נאך געדינט אלס עף-בי-איי דירעקטאר. דער יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי האלטן נאך אינמיטן פרובירן פארצולייגן די קעיס פאר א גרענד דזשורי פאר אן אינדייטמענט, און אז די דאקומענטן וואס זענען אריינגעגעבן געווארן אקטאבער דעם 5'טן זענען געווען געצילט צו פארזיכערן עקסטרע צייט בעפאר די "סטאטוט אוו לימיטעישאנס" (די געזעצליכע צייט באגרעניצונג) לויפט אויס. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




