JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 4, 2026

Expert status — video status

ענדליך א ראבאט וואס קען טאקע צוניץ קומען: די פירמע "Revere Robotics" בויעט יעצט א ראבאט מיטן נאמען "קערבי" (Curbie), וואס טשעפעט זיך אן צו א געווענליכע גארבידזש קען, פירט עס אליין ארויס צום קורב אינעם טאג וואס מ'נעמט אויף די מיסט, און ברענגט עס צוריק נאכ'ן אויסליידיגן. דער ראבאט איז ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען שלעפן גארבידזש קענס וואס וועגן איבער 100 פונט, אפילו ווען עס רעגנט, שנייט אדער ווען ס'איז פארהאן אייז. דערווייל האט מען נאך נישט געמאלדן וויפיל די פרייז דערפון וועט זיין.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status