Expert status · Oct 19, 2026
Expert status — video status
באריכטן: מדינת ישראל עראפלאנען פליען כסדר אין די ריכטונג פון איראן עס קומען אריין באריכטן אז מיליטערישע און שפיאנאזש עראפלאנען פון די מדינת ישראל מיליטער פליען כסדר ריכטונג מזרח קיין איראן, און קערן זיך דערנאך צוריק צו זייערע באזעס. לויט די באריכטן האבן בערך צען קאמף-פליגערס פונעם לופט-פלאט זיך ארויסגעלאזט פריער היינט נאכט פון די 'נבטים' לופט-באזע, דורכגעפליען די לופט-שטחים פון סיריע און איראק, און דארט דורכגעפירט מאנעוורעס וואס זענען ענליך צו אן אטאקע. די דאזיגע אקטיוויטעטן זענען דערווייל נאכנישט באשטעטיגט געווארן דורך קיין שום אומאפהענגיגע קוועלער, אבער עס קען זיין א צייכן אז דאס מיליטער געפינט זיך אין א הויכע שטאפל פון גרייטקייט צוליב די יעצטיגע אנגעצויגענע לאגע אין דעם ראיאן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





