JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 17, 2026

Expert status — video status

פאליציי רעאגירט צו א שוידערליכע טראגעדיע מיט פילע קרבנות ביי די סטרייקער ספארטס קאמפלעקס אין ווישיטא לכל הפחות צוויי פערזאן, אריינגערעכנט א קינד, זענען ליידער אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן נאך וואס א קאר האט אריינגעקראכט אינמיטן א סאקער שפיל ביי א ספארטס קאמפלעקס אין ווישיטא, קענזעס. די שרעקליכע פאסירונג האט ארויסגערופן א מאסיווע עמערדזשענסי רעספאנס, און דער דרייווער איז ארעסטירט געווארן און גענומען געווארן אין פאליציי קאסטאדי. די הארץ-רייסענדיגע געשעעניש האט פאסירט ארום 3:25 נאכמיטאג שבת קודש ביים סטרייקער ספארטס קאמפלעקס, ווען א קאר האט געבלאזן מיט א שנעלע פארט איבער די פעלדער וואו יוגנטליכע האבן געשפילט, און אנגעקלאפט אין פילע מענטשן. די פאליציי האט באשטעטיגט צוויי טויטפעלער אויפן פלאץ, בשעת עטליכע אנדערע פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן צו די נאענטע שפיטעלער דורך די רעטונגס מאנשאפטן וועלכע האבן געארבעט מיט גרויס געשווינדקייט און איילעניש צו ראטעווען לעבנס. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status