Expert status · Oct 12, 2026
Expert status — video status
נאך מער פון פופציג יאר, האט לבנון ענדליך נאכאמאל א באן וואס פונקציאנירט. די דאזיגע באן, וואס ווערט גערופן "BaraTrain", איז א קליינע כלי וואס ארבעט דורך סאלאר ענערגיע, און קען ארייננעמען בערך 45 פאסאזשירן. אבער די לאקאלע איינוואוינער זענען נישט אינגאנצן ענטוזיאסטיש, און פילע לאכן שוין אפ פונעם דעזיין דערפון. איינער האט קאמענטירט אז דאס זעט אויס ווי א רייד אין אן אמיוזמענט פארק, ספעציעל ווען מען פארגלייכט עס צו די שנעלע "בולעט" באנען וואס מען געפינט אין יאפאן און כינע. פונדעסטוועגן, היות די לבנון'ער באן רעלסן זענען שוין נישט טעטיג זינט די צייטן פונעם בירגער קריג, ווערט אפילו אזא באשיידענע באן פארעכנט אלס א וויכטיגע ערשטע שריט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





