Expert status · Oct 17, 2026
Expert status — video status
ביבי'ס אינטערוויו מיט די 'i24' נעטווארק, ווען עס זענען פארבליבן בלויז צען טעג צו די בחירות אין ארץ ישראל: "בלויז א יאר צוריק, עפעס וואס קיינער רעדט נישט דערפון — נישט איר, און קיין שום אנדערע נעטווארק — אונטער מיין פירערשאפט האבן מיר קלאר געמאכט, אז די שרעקליכע סכנה פון א כללות'דיגע חורבן פאר די מדינה וועט ווייטער אנהאלטן אזוי לאנג ווי די אומלעגיטימע 'ראפאזי' רעזשים בלייבט ביים רודער. כל זמן דער רעזשים עקזיסטירט, וועלן זיי ווייטער ממשיך זיין מיט זייערע פרואוון אונז צו פארטיליגן. איך בין איבערגעגעבן אראפצווארפן דעם אומלעגיטימען רעזשים, און איך ווייס אויך פונקטליך וויאזוי דאס אויסצופירן... מיר האבן שוין געענדיגט ניינציג פראצענט פון די ארבעט. אבער ווי איר ווייסט, איז דער דאזיגער אומלעגיטימער רעזשים פונקט ווי די ביטערע מחלה רח"ל. אויב מען רייסט נישט אויס דעם דאזיגן אינגאנצן פארדארבענעם 'ראפאזי' רעזשים פונקטליך פונעם שורש, וועט עס נאכאמאל ארויפקומען." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




