Expert status · Oct 18, 2026
Expert status — video status
דזשעי די ווענס לייגט די שולד פאר די הויכע ענערגיע פרייזן אין אמעריקע אויף די דעמאקראטן, טענה'נדיג אז זיי באקלאגן זיך אויף פראבלעמען וואס זיי אליין האבן אנגעדרייט. ער האט ספעציפיש ארויסגענומען די דעמאקראטן וואס האבן געשטיצט דעם "גרין נו דיעל", זאגנדיג אז זייערע פאליסיס האבן דירעקט צוגעטראגן צו די הויכע קאסטן, און ער האט זיך אויסגעדריקט צו זיי: "עטס זענטס די סיבה פארוואס דאס האט פאסירט." ווענס האט מודה געווען אז די טראמפ אדמיניסטראציע שטייט נאך אלס פאר שווערע טשעלענדזשעס, און ער האט אנערקענט אז די לעזונגען וועלן נישט קומען איבער נאכט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





