JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 21, 2026

Expert status — video status

מעכטיגע אויפרייסן און א ריזיגע שריפה האבן באטראפן די גרעסטע אלומינום פאבריק אין איראן, וואס געפינט זיך אין די שטאט אראק. טראץ די שווערע בילדער, טענה'ט דער ארטיגער גאווערנאר מיט כעס אז דאס איז נישט קיין סאבאטאזש, נאר עס איז געשען צוליב אן עלעקטרישע פעלער. די "איראלקא" פאבריק געפינט זיך אין די זעלבע שטאט וואו איראן האלט אירע "העווי-וואסער" רעאקטארן, און די פאבריק אליין שטעלט צו די וויכטיגע אלומינום מאטעריאלן וואס די רעגירונג דארף פאר זייערע מיסיל פראגראמען. די סטעיט מידיא האט באריכטעט אז דער גאווערנאר האט אינגאנצן אוועקגעמאכט די מעגליכקייט אז עס זאל זיין א מיליטערישע אפעראציע אדער א זיכערהייט דורכפאל, און ער האט געבעטן דעם עולם מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די אלע "קלאנגען" וואס פארשפרייטן זיך. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status