JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 12, 2026

Expert status — video status

א גרופע פון בערך 40 מיידלעך מיט קאמפלעצירטע דיסעביליטיס פון די "עלי שיח" ארגאניזאציע, וואס טייל פון זיי באנוצן זיך מיט רעדל שטולן (wheelchairs), זענען יעצט געשטראנדעט אין איטאליע נאכדעם וואס זיי האבן פארפאסט זייער פלייט. א גאס וואס איז געווען פארמאכט האט זיי געהאלטן שטעקן אין א שווערע טראפיק פאר איבער דריי שעה, וואס דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן פארפאסן זייער "וויז-אייר" פליגער צוריק קיין ארץ ישראל היינט דאנערשטאג. טראץ די אלע דרינגענדיגע באמיאונגען און השתדלות אז מען זאל אפשטופן דעם פליגער פאר א קורצע צייט, האט דער עראפלאן למעשה געפארן אן זיי. יעצט ווערן דורכגעפירט פיבערהאפטע עמערדזשענסי אראנזשירונגען צו פארזיכערן אן אנדערע פלייט נאך פאר שבת קודש. אין די זעלבע צייט גרייטן זיך די עסקנים אויף די מעגליכקייט פון פארבלייבן אויף א אומגעראכטענעם שבת אינדרויסן פון לאנד, וואס דאס וועט פארלאנגען פלעצער וואס זענען פולקאם צוגעפאסט פאר זייערע ספעציעלע באדערפענישן, ווי אויך ספעציעלע מעדעצינען און מעדיצינישע אויפזיכט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status