Expert status · Oct 19, 2026
Expert status — video status
לויט א באריכט אין די "ערעם ניוז" אגענטור פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, באטראכט טראמפ דעם פלאן דורכצופירן אן אטאקע אויף א סטראטעגישן אינזל וואס איז דער הויפט עקאנאמישער נערוו-צענטער פאר איראן'ס אויל עקספארט. אמעריקאנער דיפלאמאטישע קוועלער געבן איבער אז טראמפ האט שוין דורכגערעדט די מעגליכע שריט קעגן דעם "כארג אינזל" מיט זיינע הויפט ראטגעבער, הויכע באאמטע אין פענטאגאן, און מיט די סי-איי-עי. דער דאזיגער אינזל שפילט א קריטישעראלע אין די איראנער עקאנאמיע, היות בערך 90 פראצענט פון איראן'ס רויע אויל עקספארט גייט דורך דארט, און עס פארמאגט א סטארעדזש קאפאסיטי צו האלטן קרוב צו 30 מיליאן פעסלעך אויל. די פארגעשלאגענע צילן פאר אן אטאקע נעמען אריין די אויל טאנקען, פייפליינס, די סטאנציעס וואו מען לאדנט אן די שיפן, און אויך מיליטערישע פאסיליטיס וואס געפינען זיך אויפ'ן אינזל. די כוונה פון אזא שריט איז נישט ארויסצוגיין אין א פולשטענדיגע מלחמה, נאר ענדערש צו האבן א שטארקע לעוורידזש וואס זאל צווינגען טעהראן אויפצוגעבן זייערע פריערדיגע תנאים און זיך זעצן צום פארהאנדלונג טיש. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7





