Expert status · Oct 15, 2026
Expert status — video status
א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט אין די שטאט פעשאוואר, אין צפון-מערב פאקיסטאן, וואו לכל הפחות 33 קינדער און איין לערער זענען ליידער אומגעקומען נאכדעם וואס א דאך פון א שולע איז איינגעפאלן, לויט ווי שפיטאל באאמטע געבן איבער. מער ווי א דאזען אנדערע מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט עטליכע וואס געפינען זיך אין א קריטישן מצב. עס הערשט א שטארקע מורא אז נאך קינדער זענען פארכאפט אונטער די חורבנות. די רעטונגס כוחות זענען גערופן געווארן צו די פריוואטע "אל-כאיר" שולע אין די "דיר קאלאני" געגנט דאנערשטאג אינדערפרי ארום 8:48 (03:48 GMT), קורץ נאכדעם וואס די לימודים האבן זיך אנגעהויבן, אזוי האט א רעטונגס באאמטער באריכטעט. ער האט איבערגעגעבן פאר די בי-בי-סי אז דער דאך פון א קלאס-צימער אויף אן אויבערשטן שטאק איז איינגעפאלן, וואס דאס האט געברענגט אז די שטאקן אינטער דעם זאלן אויך איינפאלן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





