Expert status · Nov 1, 2026
Expert status — video status
די סענאט פארמעסט אין טעקסאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס די טייערסטע פארמעסט אין די היסטאריע פון אמעריקע וואס איז נישט פאר פרעזידענט, נאכדעם וואס עס איז שוין אויסגעגעבן געווארן דארט א רעקארד סומע פון 573 מיליאן דאלאר. א פרישע אנקעטע פון 'פאקס ניוז' ווייזט אז ס'איז דא א גאר שמאלע קאמף, ווען דער רעפובליקאנער קען פעקסטאן און דער דעמאקראט דזשעימס טאלאריקא האלטן ביידע ביי 49 פראצענט, טראץ וואס צווישן די המון עם הערט מען גאר פארשידענארטיגע מיינונגען איבער דעם ענדגילטיגן אויסגאנג. בשעת איין וויילער קריטיקירט דעם רעפובליקאנער קאנדידאט, זאגט א צווייטער מיט פולע זיכערקייט אז טעקסאס וועט ווייטער בלייבן א שטארקע 'רויטע' שטאט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





