JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 26, 2026

Expert status — video status

פרעזידענט טראמפ דריקט שטארק אויף די סענאטארן מען זאל שוין אפהאלטן א שטימע איבער א געזעץ וואס וועט מאכן דעם "זומער זייגער" אלס א שטענדיגע זאך. טראמפ טענה'ט אז דער עולם וויל ענדערש האבן מער ליכטיגקייט אין די אוונט שעה'ן, און מען וויל שוין ענדיגן מיט דעם ענין פון דארפן רוקן די זייגערס צוויי מאל א יאר. "נעמט א שטימע!" האט טראמפ געפאדערט. כאטש וואס דער קאנגרעס האט שוין דורכגעפירט דעם "סאנשיין פראטעקשאן אקט" מיט א שטארקע מערהייט פון 308 קעגן 117 שטימען דעם פארגאנגענעם יולי, איז אבער די גאנצע זאך דערווייל שטעקן געבליבן אינעם סענאט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status