JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 9, 2026

Expert status — video status

טראמפ רעדט איבער עולם הבא און מוחל זיין פאר זיינע שונאים דורכאויס אן אינטערוויו אויף די '60 מינוט' פראגראם אויף CBS, האט מען געפרעגט פרעזידענט טראמפ איבער זיינע אמונות בנוגע דעם עולם הבא. "איך בין א רעליגיעזער מענטש, דארף איך לכאורה גיין אין גן עדן," האט ער געזאגט. "איך האף אזוי. איך וויל נישט גיין אין גיהנום." ווען מ'האט אים געפרעגט צי ער קען מוחל זיין פאר זיינע קעגנער, ווי למשל דזשעימס קאומי און נענסי פעלאוסי, כדי צו קענען אריינגיין אין גן עדן, האט טראמפ זיי באצייכנט אלס "עקסטרעם אומערליך" און "זייער שלעכטע מענטשן." ווען מ'האט אים געדריקט צי זיין ענטפער איז 'ניין', האט ער געענטפערט: "איך קען דאס מסתם יעצט נישט טון, ווייל איך האב באמת פיינט טייל פון מיינע שונאים און איך וועל זיי שטענדיג פיינט האבן." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status