Expert status · Nov 11, 2026
Expert status — video status
אן אומגעווענליכע סצענע האט זיך היינט אפגעשפילט אינעם ארלינגטאן נאציאנאלן בית הקברות קורץ נאך די וועטעראנס דעי צערעמאניע. א סאלדאט פון די אמעריקאנער ארמיי וואס שטייט וואך ביים "קבר פונעם אומבאקאנטן סאלדאט", האט ברבים אנגעשריגן דעם פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיט העגסעט, זיין פרוי דזשעניפער, און זיין גאנצע באגלייטונג, נאכדעם וואס עטליכע פון די גרופע זענען געזען געווארן שמועסן און לאכן בשעת'ן כאפן בילדער נעבן דעם הייליגן מאנומענט. דער סאלדאט האט אינמיטן אפגעשטעלט זיין מארש, זיך אויסגעדרייט צו די גרופע, און אויסגעשריגן: "אלע באזוכער מוזן אנהאלטן א שטילקייט און רעספעקט צו יעדע צייט!" אלס איינס פון די סאמע חשוב'סטע מיליטערישע דענקמאלן אין אמעריקע, ווערט דער "קבר פונעם אומבאקאנטן זעלנער" באוואכט דורך וועכטער וואס האלטן אן א פעלזן פעסטן סטאנדארט פון רעספעקט פאר יעדן יחיד, אן קוקן אויף זייער ראנג אדער חשיבות. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 13, 2026 · זעט: דראמאטישע ווידעא כאפט אויף די רגע ווען א קרוז שיף האט ז

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · ברעיקינג: א קארגאו לאסט שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ריוו

- Expert statusNov 13, 2026 · א טערקישער פאליציי אפיציר האט ארומגעכאפט א זעלבסטמערדער פראט

- Expert statusNov 13, 2026 · זעלענסקי'ס מאטארקאדע איז באווארפן געווארן מיט אייער אין דובל
