Expert status · Oct 22, 2026
Expert status — video status
זעט די דראמאטישע ווידעא: א נייעס רעפארטער האט זיך אריינגעווארפן אין די שטורמישע פארפלייצונג וואסערן צו ראטעווען א דרייווער וואס איז געווען פארכאפט אין א זינקעדיגע דזשיפ, ארויסשלעפענדיג דעם מענטש צו די זיכערקייט בלויז געציילטע מאמענטן פאר'ן די קאר איז אינגאנצן פארשוואונדן אונטערן וואסער. דער עי-בי-סי זשורנאליסט וויל מורעי, צוזאמען מיט נאך א דורכגייער וואס האט זיך געפונען אין די געגנט, האבן געשוואומען צום די קאר אין מארעיפיעלד, אויסטראליע. אנהייב האבן זיי פרובירט אויסצושיסן די הינטערשטע פענסטער, אבער ענדליך האבן זיי מצליח געווען אויפצוברעכן א זייטיגע טיר און ארויסשלעפן דעם דרייווער בשלום. די דאזיגע דראמאטישע רעטונגס אקציע האט פאסירט נאך וואס נאנט צו 7 אינטשעס רעגן האט פאראורזאכט שווערע פארפלייצונגען און ערנסטע ווארענונגען איבער'ן גאנצן ראיאן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





