JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 18, 2026

Expert status — video status

די שטאט פאריז איז היינט אינדערפרי געווען איינגעהילט אין רויך נאך א נאכט פון העפטיגע פראטעסטן איבער די גאנצע שטאט. לויט די באריכטן האבן איבער 100,000 מענטשן אנטיילגענומען אין די דעמאנסטראציעס אין די פראנצויזישע הויפטשטאט.דורכאויס די אומרוען האבן טייל פראטעסטירער אונטערגעצונדן קארס און מיסט-קאנעס, אויפגעשטעלט באריקאדן, און וואנדאליזירט פראפערטי. די מידיא האט שוין באצייכנט דעם 17'טן אקטאבער אלס די "טאג פון צארן".ווידעאוס פון די גאסן ווייזן כאאטישע סצענעס און א שטארקע אנגעצויגנקייט, ווען געוויסע דעמאנסטראנטן האבן אפילו ארויסגעגעבן סטראשונקעס קעגן פרעזידענט מאקראן. אויף איין פלאקאט ביים פראטעסט איז געשטאנען געשריבן: "מיר האבן אפגעהאקט דעם קאפ פון לואי דעם 16'טן! מאקראן, מיר קענען עס נאכאמאל טון!" Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status