Expert status · Nov 11, 2026
Expert status — photo status
דראמאטיש: דער טרעזשורי סעקרעטאר סקאט בעסענט האט זיך אריבערגעצויגן וואוינען אין א מיליטערישע באזע, נאכדעם וואס איראנער סטראשונגען קעגן זיין לעבן האבן דערגרייכט א "מער ווי פארגעשריטענע שטאפל," לויט ווי א הויכע באאמטער אין די אדמיניסטראציע האט איבערגעגעבן פאר 'פאקס ניוז דיגיטאל'.דער באאמטער האט קלארגעשטעלט אז די דאזיגע ערנסטע סטראשונגען האבן געצוואונגען בעסענט און זיין משפחה צו מאכן דעם שריט און זיך אריבערציען.די טרעזשורי דעפארטמענט האט באשטעטיגט די נייעס איבער זיין רעלאקאציע, זאגנדיג אז ער וועט זיך "נישט לאזן אפשרעקן פון די סטראשונגען פונעם איראנער רעזשים," בשעת ער פירט אן מיט די באמיאונגען אפצואיזאלירן איראן פינאנציעל דורך סאנקציעס און האנדל באגרעניצונגען.בעסענט איז נישט דער איינציגסטער הויכער באאמטער אין די אדמיניסטראציע וואס ציט זיך יעצט אריבער צו ספעציעלע באשיצטע וואוינונגען צוליב די זיכערהייט לאגע.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 13, 2026 · זעט: דראמאטישע ווידעא כאפט אויף די רגע ווען א קרוז שיף האט ז

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · ברעיקינג: א קארגאו לאסט שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ריוו

- Expert statusNov 13, 2026 · א טערקישער פאליציי אפיציר האט ארומגעכאפט א זעלבסטמערדער פראט

- Expert statusNov 13, 2026 · זעלענסקי'ס מאטארקאדע איז באווארפן געווארן מיט אייער אין דובל
