JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 26, 2026

Expert status — video status

מיליטערישע קרעפטן וואס אפערירן אין חברון האבן אנטדעקט אן אונטערערדישע טונעל 15 מעטער טיף, נאנט צום הויז פון איינעם פון די טעראריסטן וואס זענען געווען פארמישט אין די שרעקליכע אטאקע דעם פארגאנגענעם פרייטאג, וואו עס זענען ליידער אומגעקומען די זעלנער סערזשאנט רון יונתן רייטמאן הי"ד און סערזשאנט יובל שי סווילם הי"ד. די טונעל איז געפונען געווארן דורכאויס ברייטע זוכערייען וואס זענען דורכגעפירט געווארן ביי איבער 500 פארשידענע לאקאציעס. אינעווייניג אינעם טונעל האט מען געפונען אן עלעקטראנישע דעווייס, וואס איז גלייך איבערגעגעבן געווארן פאר ווייטערדיגע אויספארשונגען. די מיליטער האט געמאלדן אז די טונעל האט נישט געהאט קיין ארויסגאנג, און עס איז נישט געווען נאנט צו קיין שום אידישע ישובים אין די געגנט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status