JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 11, 2026

Expert status — video status

היינט אינדערפרי האבן רוסישע "גלייד באמבעס" חרוב געמאכט א געביידע ווי מענטשן וואוינען אין זאפאריזשיע, וואו א זעקס-יעריג מיידל איז ליידער אומגעקומען. אמווייניגסטנס 15 מענטשן זענען אומגעקומען אין די אטאקע, אריינגערעכנט דריי קינדער. די רעטונגס-ארבעטער האבן באוויזן ארויסצושלעפן אירע עלטערן לעבעדיגערהייט פון אונטער די חורבות. אינאיינעם האבן פינף באמבעס באטראפן יענע גאס וואס האט גורם געווען אז גאנצע שטאקן זאלן זיך איינברעכן אויף די איינוואוינער וועלכע זענען נאך געלעגן אין זייערע בעטן. די זוך-אקציעס גייען נאך יעצט אהן אין די שטאט, וועלכע געפינט זיך ממש אויפן פראנט-ליניע און ווערט כסדר אטאקירט מיט די סארט באמבעס אויף ציווילע הייזער. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status