JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 8, 2026

Expert status — video status

אין א זעלטענע און גאר רירנדע באגעגעניש, האט דער ירושלימ'ער ראש העיר משה ליאון אפגעשטאט א לענגערע באזוך אינעם מעון הקודש פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א דא אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גאר גרויס כבוד. דורכאויס דעם שמועס האט דער מעיאר פארציילט איבער זיין פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלע פאנד וואס וועט געווידמעט זיין פארן רענאוואדירן און איבערבויען די מקוואות איבער גאנץ ירושלים. דער רבי שליט"א איז גאר שטארק נתרגש געווארן פון די דאזיגע וויכטיגע אונטערנעמונג, און האט תיכף ארויסגענומען זיין בייטל, בעטנדיג די זכיה צו קענען געבן די גאר ערשטע נדבה פארן פאנד.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status