Expert status · Oct 14, 2026
Expert status — video status
די געוועזענע וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס איבער מדינת ישראל: עס ליגט אין אונזער אינטערעס צו האלטן אונזערע אליאירטע פאראנטווארטליך פאר זייער ביישטייערונג צו די וועלטליכע זיכערהייט, צו פארזיכערן אז האנדל זאל ברענגען נוצן פאר די אמעריקאנער ארבעטער און קאנסומערס, און אויפצוהאלטן אונזער מאראלישע פליכט צו מענטשן רעכטן און אינטערנאציאנאלע געזעצן. מען דארף אבער מודה זיין, אז אמעריקע איז צייטנווייז דורכגעפאלן אין דעם. דער לעצטיגער ביישפיל איז דער דורכפאל צו ניצן אונזער דרוק-מיטל אפצושטעלן די שוידערליכע אויפפירונג פון די מדינת ישראל רעגירונג אין די עזה מלחמה. דאס גייט סיי אויף די יעצטיגע אדמיניסטראציע וואס גיט פאר נתניהו א "בלענק טשעק", און אויך אויף אונזער פריערדיגע אדמיניסטראציע, וואו מיר וואלטן געדארפט האנדלען פריער און מיט פיל מער שטארקייט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





