Expert status · Oct 9, 2026
Expert status — video status
פרעזידענט טראמפ האט יעצט אפגעשטאט א באזוך ביים קאנסטראקשן סייט פונעם נייעם 'באל-רום' און מיליטערישן קאמפלעקס ביים ווייסן הויז, כדי איבערצוקוקן די פארשריט פון די ארבעט. ער איז געווען באגלייט מיט א גרופע איטאליענער-אמעריקאנער וועמען ער האט ספעציעל איינגעלאדן צו קומען מיט אים. מ'האט קלאר געקענט זען די פרייד אויף די פנימ'ער פון די ארבעטער, וועלכע זענען געווען העכסט צופרידן צו זען זייער פרעזידענט! דער סופרים קאורט האט שוין באשטעטיגט די בוי-ארבעט, און די דעמאקראטן זענען אינגאנצן מאכטלאז דאס אפצושטעלן. דער פראיעקט רוקט זיך פאראויס פיל שנעלער ווי געפלאנט לויטן סקעדזשועל. עס איז וויכטיג צו באמערקן אז די הויפט געניסער פון דעם נייעם בנין וועלן זיין די צוקונפטיגע פרעזידענטן, און נישט פרעזידענט טראמפ אליין! Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




