Expert status · Oct 17, 2026
Expert status — video status
קאנאדע: א געפערליכע וואלד-פייער האט זיך יעצט צעפלאקערט אין אלבערטא, ספעציפיש אינערהאלב די מיליטערישע באזע פון די קאנאדישע קרעפטן אין וועינווירט. סיי דער פרעמיער מיניסטער און סיי דער פרימיער האבן ארויסגעגעבן דרינגענדע סטעיטמענטס, וואו זיי באצייכענען די געשעעניש אלס א "ערנסטע און מאסיווע אינצידענט וואס האט פאסירט אויף די באזע, מיט א שנעל-לויפענדיגע פייער וואס האט זיך אנגעצינדן." עס קומען אריין באריכטן אז "מעדיוואק" עראפלאנען פליען אריין צום באטראפענעם געגנט, און די אפיציעלע פעידזש פונעם פרעמיער מיניסטער באצייכנט די גאנצע סיטואציע אלס א שרעקליכע טראגעדיע. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1 די לאקאלע איינוואוינער ווערן יעצט עוואקואירט פון די געגנט, בשעת א מאסיווע ארמיי פון פייערלעשער זענען פארנומען מיט די לעשונג ארבעט. די שנעלע און דראסטישע רעאקציעס פון סיי דעם פרעמיער מיניסטער און סיי דעם פרימיער צייגן קלאר אויף די שווערע מצב און די גרויסע סכנה וואס הערשט דארט. דערצו זענען דא באריכטן איבער מעכטיגע עקספלאזיעס וואס האבן פאסירט אויפ'ן ארט.




