Expert status · Oct 12, 2026
Expert status — video status
א כעמיקאלע אינזשעניר פון בערקלי, וואס האט יארן לאנג געליטן פון א מאדנע קראנקייט וואס קיינער האט נישט געקענט מסביר זיין, האט ענדליך אויסגעפינען די סיבה דורך א קליינע ספיי-קאמערא וואס זי האט געקויפט אויף עמעזאן. זי האט אנטדעקט אז איר ארבעטס-קאלעגע, דעיוויד זו, האט איר כסדר פארסמ'ט איר עסן און טרינקען מיט "קאדמיום", א גאר שעדליכע און גיפטיגע מעטאל.די שרעקליכע מעשה האט זיך געצויגן פאר כמעט אנדערהאלבן יאר, צווישן די יארן 2017 און 2019. די פרוי האט מיטגעמאכט שווערע געזונט-פראבלעמען און האט עטליכע מאל געמוזט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל פאר עמערדזשענסי באהאנדלונגען. לעצטנס איז ארויסגעקומען א ווידעא פון יענע צייט, וואו מען זעט קלאר ווי זו לייגט אריין עפעס א מאדנע זאך אין איר וואסער פלאש.זו איז ארעסטירט געווארן אין יענע יאר און איז אנגעקלאגט געווארן אויף פרואוו צו מארד און נאך צוויי קלאגעס פון פארסמ'ען, וואס פאר אזעלכע עבירות קען מען באקומען א לייף סענטענס און זיצן אין טורמע ביז די הונדערט און צוואנציג. אבער למעשה, אלס חלק פון א "פלי-דיעל", האט מען אראפגענומען די קלאגע פון פרואוו צו מארד און נאך איין קלאגע פון פארסמ'ען.




