JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 24, 2026

Expert status — video status

די מלחמה אינעם מיטל מזרח האט זיך ממש ארויסגעווארפן אויף די ברעגעס פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן (UAE).אויל וואס רינט ארויס פון א געשעדיגטע טאנקער שיף האט דערגרייכט די געגנט פון אום אל-קוויין, וואס האט געצוואונגען די ארטיגע באהערדע אפצושלעסן די ברעגעס און ווארענען די פישער זיך צו דערווייטערן פון די פארפעסטיגטע וואסערן. שוין עטליכע טעג פאר די אפיציעלע באשטעטיגונג איבער דעם אויסגוס, האבן איינוואוינער אין די געגנט געמאלדן איבער א שטארקע גערוך פון ברענשטאף.די סיטואציע האלט אין איין פארשפרייטן, ווען אויך אין ראס אל-כיימא און טיילן פון שארזשא האט מען שוין אפגעשלאסן די ביטשעס. לויט די באריכטן איז די טאנקער שיף געווארן געטראפן דורך אן אומאידענטיפיצירטע פראזשעקטייל (שיסעריי) פריער אין דעם חודש.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status