Expert status · Oct 13, 2026
Expert status — video status
די אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט האט ארויפגעלייגט ריזיגע קנסות פון איבער 1.21 ביליאן דאלאר אויף "בענק אוף אמעריקע", נאכדעם וואס די באנק האט דורכגעפאלן אין איר פליכט אפצושטעלן געלט-וואשן (money laundering). די הויפט אגענטור וואס געבט זיך אפ מיט געלט-וואשן, פינסע"ן (FinCEN), האט ארויסגעגעבן א שטראף פון 1.2 ביליאן דאלאר, און די OCC אגענטור האט צוגעלייגט א רעקארד סומע פון 750 מיליאן דאלאר, וואס איז אריינגערעכנט געווארן אינעם סך-הכל. דערצו האט די אופא"ק (OFAC) אגענטור געשלאסן א פשרה אויף 11.6 מיליאן דאלאר צוליב דעם וואס די באנק האט געבראכן סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף איראן, רוסלאנד, און אנדערע לענדער. די באנק האט מודה געווען אז זי האט געבראכן די רעגולאציעס קעגן געלט-וואשן און האט פארנאכלעסיגט צו באריכטן אין די ריכטיגע צייט איבער פארדעכטיגטע טראנזאקציעס אין ווערט פון איבער 5 ביליאן דאלאר, אריינגערעכנט מער ווי א ביליאן דאלאר וואס איז געווען פארבינדן מיט כינעזער געלט-וואשן אפעראציעס. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





