Expert status · Oct 18, 2026
Expert status — video status
ביי די גרעיט קעניאן אין די פאראייניגטע שטאטן, האט א מאן פרובירט אריבערצושפרינגען צווישן צוויי פעלזן, אבער אין די לעצטע סעקונדע האט ער פארלוירן דעם באלאנס און נישט באוויזן אנצוקומען צום צווייטן זייט, נאר ער האט זיך שטארק אנגעקלאפט אינעם פעלז-וואנט. ער האט זיך בנס געראטעוועט פון א שרעקליכע פאל דורך דעם וואס ער האט זיך גאר שטארק אנגעכאפט, אבער ער האט געליטן פון עטליכע וואונדן, אריינגערעכנט צוויי צובראכענע ציין, א צעביסענע צונג, און א געשעדיגטע נאז. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




