JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 12, 2026

Expert status — video status

דער ספיקער פונעם הויז מייק זשאנסאן האט קלארגעשטעלט זיין כוונה צו בלייבן בראש פון די רעפובליקאנער פארטיי, אפילו אויב די רעפובליקאנער וועלן פארלירן זייער מאיאריטעט אינעם קאנגרעס אין די קומענדיגע וואלן אין נאוועמבער, כאטש ער איז פול מיט בטחון אז זיי וועלן יא אנהאלטן די קאנטראל אינעם הויז. זשאנסאן שאצט פאר אז זיינע קאלעגן וועלן אים בעטן צו ממשיך זיין אנצופירן מיט די רעפובליקאנער אין א פאל פון א "צעטיילטע רעגירונג". די רעפובליקאנער פארטיי שטייט יעצט פאר גרויסע שוועריגקייטן צוליב די אומפאפולערע מלחמה מיט איראן, די הויכע גאזאלין פרייזן, און די קאנטראווערסיאלע פאליסיס פונעם טראמפ אדמיניסטראציע. פארגאנגענע וואך האט זשאנסאן אנגעצינדן שטארקע קלאנגען איבער א מעגליכע רעטייערמענט, ווען ער האט געזאגט פאר פאקס ניוז אז ער וועט מעגליך צוריקגיין קיין שריוופארט און עפענען א "לאון" ביזנעס (שניידן גראז) אויב די רעפובליקאנער פארלירן דעם קאנגרעס. אבער זינט דאן האט ער שוין עטליכע מאל איבערגעחזר'ט זיין פעסטע ענטשלאסנקייט צו בלייבן אויף זיין פאסטן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status