JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 27, 2026

Expert status — video status

א פארמשפט’ער רוצח איז אנטלאפן פון א טורמע אין טענעסי דזשעיקאב עלען מארלי, 28 יאר אלט, האט נעכטן נאכט באוויזן דורכצוברעכן די געיטס פון א טורמע אין צפון מערב טענעסי און אנטלויפן אויף די פריי. ער איז שפעטער געכאפט געווארן אויף זיכערהייט קאמערעס גנב’ענדיג א ווייסע "פארד F-350" טראק. מארלי דינט יעצט אפ א לעבנסלענגליכע טורמע שטראף פארן דערמארדן זיין מיטארבעטער קאודי בורטשפילד אין יאר 2022, און פארן באהאלטן דעם קערפער אונטער זיין הויז. די אויטאריטעטן ווארענען דעם עולם אז דער פארשוין איז גאר געפערליך, און מ’זאל זיך בשום אופן נישט פרובירן צו דערנענטערן צו אים. א באלוינונג פון 2,500 דאלער ווערט אנגעבאטן פאר ווער עס קען איבערגעבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין ארעסט. מארלי ווערט באשריבן אלס זעקס פיס הויך און וועגט בערך 270 פונט. ער איז א ווייסער פארשוין מיט גרינע אויגן און ברוינע האר. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status