JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 25, 2026

Expert status — video status

פלאוויא באלסאנארא האט אפגעווארפן די רעזולטאטן פון די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל און זאגט אז ער גייט נישט אקצעפטירן זיין נידערלאגע. ער האט געמאלדן פלענער צו פארלאנגען אז מ'זאל אינגאנצן מבטל זיין די וואלן נאך די געווינס פון פרעזידענט לולא, וועלכער האט באקומען בערך 51.75% פון די שטימען קעגן באלסאנארא'ס 48.25%. באלסאנארא באשולדיגט די סופרים קאורט אין בראזיל אין טוישן די כללים פון די וואלן אינמיטן די ארבעט, נאכדעם וואס דער ריכטער קריסטיאנא זאנין האט פארלענגערט די צייט פון שטימען מיט נאך צוויי שעה ביז 7 אזייגער אווענט. ער טענה'ט אז די דאזיגע באשלוס האט געשאפן אן אומגערעכטע סיטואציע איבער'ן גאנצן לאנד, און ער האט געמאלדן אז זיין לעגאלע טיעם גרייט זיך צו קעמפן קעגן די רעזולטאטן אין געריכט. "איך וועל נישט אקצעפטירן אז מ'טוישט די רולס אינמיטן די שפיל," האט ער דערקלערט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status