JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 15, 2026

Expert status — video status

א לעגענדארע אקציע דורך די פאליציי אין סען האזעי, קאליפארניע. אין וואס ווערט באטראכט אלס איינס פון די מערסט איבערראשנדע גבורה אקטן פון פאליציי זייט מען געדענקט, איז דער פאליציי סערזשאנט דזשערארדא סילאווא געשאסן געווארן דירעקט אין קאפ דורכאויס א שיסעריי, וואס האט פאראורזאכט א בראך אין זיין שארבן. טראץ די שווערע פארוואונדונג, האט ער העלדיש ווייטער צוריקגעשאסן ביז פרישע כוחות זענען אנגעקומען אויפ'ן ארט און אומשעדליך געמאכט דעם פארברעכער. ער איז אידענטיפיצירט אלס דער 30-יעריגער מוכאמעד כוסעין פון דעיוויס, קאליפארניע, וואס איז געווען אינמיטן א ווילדע פארברעכנס-קייט וואס האט אנגעהאלטן עטליכע טעג. ווידיאו פון די "באדי-קעם" צייגט ווי כוסעין האט לכתחילה געשאסן סילאווא אין די האנט. סילאווא האט זיך אבער נישט אפגעשראקן און ווייטער געקעמפט מיט אים, בעפאר ער איז געטראפן געווארן דורך א קויל אין קאפ. כוסעין האט דערנאך פרובירט צו רויבן דעם פאליציי קאר פון דעם סערזשאנט, אבער דעמאלטס האבן די אנדערע אפיצירן אים דערשאסן, ברענגענדיג א ענדע צו זיין טעראר. עס איז מערקווערדיג אז סילאווא איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל א טאג שפעטער

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status