JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 25, 2026

Expert status — video status

די זיכערהייט כוחות פון די מיליטער און דער שב"כ האבן ארעסטירט א פאלעסטינער טעראריסט אין די בנימין געגנט אין יהודה ושומרון, וועלכער ווערט באשולדיגט אין פלאנירן אן אטאקע וואס האט געזאלט פארקומען אין די גאר נאנטע צייט אויף א הויפט שאסיי, וואס מען גלייבט איז געווען רוט 60. באזירט אויף גענויע אינטעלידזשענס פונעם שב"כ, האבן די מיליטערישע כוחות אויפגעשטעלט א טשעקפוינט און באוויזן צו כאפן דעם פארדעכטיגטן אין בערך 30 מינוט ארום. כאטש מען האט נישט געפונען קיין וואפן אויף אים בשעת'ן ארעסט, האבן די זיכערהייט אפיצירן איבערגעגעבן אז ער האט אליין אויסגעדריקט זיין כוונה אויסצופירן אן אטאקע. ער איז דערנאך אפגעפירט געווארן פאר ווייטערדיגע חקירות. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status