Expert status · Oct 18, 2026
Expert status — video status
שוידערליכע ווידעאוס צייגן ווי ריזיגע פלאמען שלינגען איין וואוינונג געגנטער, בשעת די "נאורטע" שרפה בוזשעוועט אין סאן קלעמענטע, קאליפארניע. די שרפה האט שוין פארברענט ארום 570 אקער לאנד, און לויט די באריכטן זענען שוין ווייניגסטנס זעקס הייזער געשעדיגט אדער חרוב געווארן רח"ל, און צוויי פייערלעשער זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די ארבעט. ארום 16,000 איינוואוינער זענען אונטער עוואקואציע באפעלן צו פארלאזן זייערע הייזער, בשעת הונדערטער פייערלעשער קעמפן קעגן די פלאמען וועלכע ווערן פארשטערקערט דורך די מעכטיגע "סאנטא אנא" ווינטן. ריכטיג פאר נעכטן נאכט איז די פייער נאך געווען 0 פראצענט קאנטראלירט, און די סיבה פונעם אויסברוך ווערט נאך איצט אויסגעפארשט דורך די אויטאריטעטן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





